עטרת מנחם מא
Ateret Menachem 41 · עטרת מנחם · free full Hebrew text
Open in the reader →אלץ דער בעל דבר גיטוהן. אין איך האב גיהאט ארבייט אז ער זאל זיך מגלה זיין כדי מען זאל קאנין איהם מגרש זיין. אין וואם ער האט גיהאט שליטה צי איהר צוריק צי קימען דאם איז מחמת דיא קמיע איז נמחק גיווארין אותיות ואחר יו"ט זאל מען פארין להרב המגיד ער זאל איין אנדערי קמיע שרייבין. ובתוך הדברים וויא דאם בני בית האבין גיהערט דאם קול אזוי ריידען זענען זייא אנטלאפין נאך ר' ראובן ואחיו ר' שלמה נ"י אין האבין עהם דפרציולט דיא מעשה אין האבין גיזאגט קימט אריין דער רבי ר' אלימלך איז דא זענין זייא אריין געקימען אין מיט זייא זענען מיט גילאפין כמה אנשים. האט דאם קול אויס גיריפען ווער עם איז ניט פין דער משפחה זאל ארוים גיין. זענין אנדרי ארוים גיגאנגין האם דאס קול אוהן גיהויבין אין האט זייא גיזאגט דברי מוסר. אין האט זייא גיזאגט עטץ זענט מתפלל אין לערינט. אין עטץ ווייסט ניט וואס תפלה איז אין וואס לערנין איז. איך ווייס יוא וואס תפלה איז אין וואס לערנין איז. איך בין גישטארבין אין איך לעב אבער. אין האט זייא אוהן גיהויבין צי בענטשין מיט גרויסע ברכות לאין שיעור. עטץ זאלט ניט זארגין. ביז אהער איז אייך שווער גיגאנגין עס האט גימיזט אזוי זיין. אבער מכאן ולהבא וועט אייער מזל אויף גיהויבין ווערין. אין דיא ברכות האבין זייא גיהערט רעדין מיט גרויס דבקות. אין האט אוהן גיזאגט עטץ זאלט דיע אשה אפף שוינין זיא וועט תכף גיזינד ווערין זיא וועט בקרב הימים מעוברת ווערין בבן זכר. זאל מען איהם אנאמין געבין נאך מיר. האט ר' ראובן גיפרעגט וויא איז אייער נאמין ? האט דאס קול משיב גיוועזין אלימלך. אין זייטץ גיזינר. האבין זייא ניט גיענפערט האט ער גיזאגט ווארום ענטפירט עטץ ניט האט ר' ראובן גיענטפערט זייט מוחל. ואשה הנ"ל איז מיד אנטשלאפין גיווארין. אחר שעה ננערה משינתה שאלו אותה מה היה זה בכאן עמך. והשיבה אינני יודעת כלל ושאלו אותה למה צוותה להדליק הנרות והשיבה שמתוך הצרה הגדולה שהייתי שוכבת האב איך גיזעהן אוים דעם אלקיר ארוים גיין אין שסיב אריין איין איש זקן גדול האב איך מיך דערשראקין ע"כ האב איך גיהייסען מדליק נרות זיין ומתוך השמחה הזאת הלכו ואכלו ושתו. ובבוקר קמה האשה הזאת בריאה ושלימה והלכה לבהכנ"ס כשאר בת נשי ישראל. והמעשה הזאת שמעתי מפי מחו' ר' ראובן ואחיו ר' שלמה שהיו בכאן אצלי בשבוע העברה שנסעו לק"ק מאשציסק על השוק. השם הטוב יצליחם. ומחמת אישון לילה לא אוכל לכתוב כל כך. וגם הם הגידו לי שבלתי אפשרי לספר את כל דברי הקול הנשמע להם. ובזה אצא ואומר שלום זכותו יעמוד לנו ולכל ישראל תמיד אמן. הכ"ד מחו' ידידו או"נ הדוש"ת בלו"נ ומבקש אהבתו תמיד הק' אלעזר ב"מ אלימלך זלה"ה מק' ליזענסק
קלה) אגרת הקודש מהרה"ק מוהר"ר אשר ישעי' אבד"ק ראפשיץ. אל הה"ק מוהר"ר מרדכי דוד מדאמבראווא זצוקלה"ה. שנדפס כבר בס' אילה שלוחה ובס' אור ישע דף י"ז ע"א. ומכותלי המכתב הזה נראה עד כמה ששקד רבינו הקדוש מהר"ם מרומנוב זי"ע לתקנתם של ישראל עד שגם טלטל א"ע ליסע לאספת רבנים לטובת ישראל